זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

קום נאענט – שטיי ווייט!

18 מאי 2015, 00:49 · zaltzvaser · אריגינעל ↗
עס איז א גרויסער שמחה אין אלע עולמות, הגיע זמן, די צייט איז שוין ענליך געקומען ווען די וועלט מיט איר גאנצער יקום וועט באקומען דעם יסוד פאר איר קיום, כלל ישראל דאס קליינטשיק פאלק, דאס באליבט קינד פון גרויסן טאטן דער כל יכול, וועט אין אפאר טאג מקבל זיין דעם גרויסן אויפגאבע פון היטן דאס גרעסטע אוצר וואס מ’האט נאך פאר קיינעם נישט פארטרויט פארדעם.
עס איז א מאסן צאמקום פון נשמות, און מיליאנען מיליאנען אידישע קינדער פון היינט אמאל און פון אייביג, וועלכע זענען געקומען צום מדבר צו זיין אנוועזנד ביים הייליגן מעמד, צו וועלכן מ’קען נאר קומען מיט א אידענטיפיקאציע, מ’ברויך מיטברענגען דעם ספר יוחסין, און דערמיט ווערן אנגעקניפט אין דעם הייליגן קשר של קיימא.
אויפן ארט פון די שמחה ביים קליינעם בערגל סיני, איז די לופט גאר אנדערש ווי עס וואלט זיך איינעם פארגעשטעלט אזא מין מעמד וואס דער כל יכול שטעלט אהער, עס איז נישט קיין מעמד פון איבערצייגונג, מ’מוז נישט ווייזן מופתים, די אלע וואס קומען אהין זענען מאמינים בד’ ובמשה עבדו, זיי ברויכן נישט קיין שום איבערצייגונגען צו זיין זיכער אינעם געשעפט.
אבער עפעס איז זייער אינטערסאנט, מ’קען אינעם זאל נישט אריינגיין, א גרויסער גדר שטייט ארום דעם בארג, און שרייט ארויס, רירט מיך נישט צו! שטייט ווייט! וואס קומט דא פאר? איך בין דאך א געלאדנטער צום שמחה, פארוואס דארף איך שטיין ווייט פון דעם מקום השמחה?
פארוואס דערווייטערט מען אונז פון דעם הייליג ארט? פארוואס קענען מיר נישט גיין נענטער און זיך מדבק זיין אין דעם הייליגן אור וואס קומט אראפ נאר איין מאל אויף דעם נידריגן וועלטל?
אה, ויחד לבבנו ל”אהבה” ול”יראה” את שמך, א מין הייליגער משמעות, ליבשאפט מיט פארכט, יראת התרוממות מיט אהבה שאינה תלוי’ בדבר.
במדבר סיני, באוהל מועד, זאגט דער הייליגער ר’ אלימלך, עס דארף צו זיין ענווה, אבער ח”ו נישט קיין עצבות, דער איד קען גיין אויף א גאר דינעם שטריק זיך האלטן גארנישט, במדבר סיני, וואס שטעלט אונז פאר דער בארג סיני? דאס בערגל וואס איז אויסגעקליבן געווארן צו ווייזן אויף ענוה, און דאך באוהל מועד, באשטימען די צייט פאר שמחה און גוטמוהטיגקייט.
 אה, ווען גאנץ כלל ישראל שטייט ווי איין גרויסער איש אחד בלב אחד, ווי עס טייטש דער של”ה הק’ שאו את ראש כל עדת בני ישראל. דער אויבערשטער האט געהייסן משה רבנו ציילן אלע אידן, כדי דער איד זאל  וויסן און שפירן אז ער איז א וויכטיגער יחיד אין דעם גרויסן כלל. אנע אים וועט פעלן איינס צום פולקאמען פאלק ישראל.
אט דאס קומט דער גדר ביי די גרויסע שמחה, אידישע קינדער געלאדענע צו די שמחה, אבער קענען נאר  גיין ביז צו א געוויסע נקודה, עס איז א פאלק בשלמות וואס קען זיך נאר האלטן ווען אלע צוזאם זענען דערביי, ווען אהבה און יראה צוזאם ווערט בשלמות ערהאבערט.
פון איין זייט דער קול מושך דער שופר גדול וועלכער רופט און מאנט יעדן איד צו קומען נענטער, דאס נענטסטע וואס מעגליך, מיט אהבת ד’ בכל לב ובכל נפש, און אין דער זעלבער צייט, שטיי ווייט! געדענק מיר האבן גדרים, געדענק אז יראה איז אויך מיט א ציהל, יראת התרוממות, א זעלטענע יראה וואס איז אומבאקאנט פאר פרעמדע פעלקער, א יראה וואס נאר כלל ישראל קען פראקטיצירן.
אזוי נאנט ווי מיר זענען, און פארט אזוי ווייט
אזוי ווייט ווי מיר זענען און פארט אזוי נאנט.
א לעכטיגן יו”ט.

תגובות

קיין תגובות.

→ דער זייגער מאכער פון טיטוסירידת הנרות ←