ירידת הנרות
בהעלותך את הנרות, אהרן הכהן מיט די גרעסטע קדושה וואס דער געווענליכער גשם פארטראגט כלל נישט, טרעט צו צום צינדן די מנורה, און די הייליגע תורה רופט אן דאס צינדן מיטן לשון בהעלותך, א לשון פון אויפברענגען.
דאס ליכטעלע, דאס פלעמעלע, ווען ער צאנקט, ווען ער פלאמט, ווען ער ברענט, אין סיי וועלכע אומשטענדן ציהט ער אויף ארויף, ער איז אלס עולה נישט קיין חילוק זיין מצב. אט זעהט איר א ליכטעלע אין די לעצטע רגעים פון איר עקזיסטענץ און די פלעמעלעך ווארפן זיך אויף ארויף, ווי א העכערער דראנג וואס שטופט איר צום וואקסן טראץ איר קורצן לעבן.
דאס ליכטעלע איז דאך א דוגמא צו די נשמה פונעם איד, נר ד’ נשמת אדם, עס איז אט די הייליגע טייערע לויטערע נשמה, וואס אין סיי וועלכן לייכטער מען לייגט איר, צו אין א ערדענע אדער מעשענע צו גאר א זילבער אדער גאלדענעם לייכטער, אט די נשמה ווייסט נישט און שפירט נישט מער אדער ווייניגער דעם דראנג אויף ארויף, ער איז אלס די זעלבע לויטער, נאר נישט אלס ווערט ער געזעהן אין זעלבן שיין.
נעמט אט דאס פלעמעלע פון דעם ערדענעם כלי, און טוט איר אריין אין דעם גאלדענעם לייכטער, וועט איר זעהן דער שיין פון דאס ליכטעלע איז לויטער, נאר דער קרוץ מחומר פארדעקט און פארטעמפט די שיינקייט פון איר שיין.
ווי מערקוועדיג איז אז טראץ וואס יעדע זאך וואס גייט ארויף דארף אויך קענען אראפגיין, און ווי דער מאמר החכם גייט: נאר דער קען פאלן, דער וואס טוט שטייגן! איז פארט דאס ליכטעלע אין דעם הינזיכט גאר אנדערש.
מיר געפונען נישט קיין “ירידת הנרות”, מיר זעהן נישט די ליכטעלע זאל נידערן. יא מיר זעהן אין תנ”ך ווען א פייער איז אראפגעקומען פון הימל, אבער די פלאמען זענען אלס געגאנגען אויף ארויף.
ווייל אט די הייליגע נשמה וואס השם יתברך האט אונז פון כסא הכבוד אויסגעקריצט, אויב גייט ער נישט אויף ארויף, דאן עקזיסטירט ער מער נישט. דאס הייליגע דראנג וואס ציהט אים אויף ארויף לאזט נישט קיין צוויי אפציעס, עס איז קיין וועג אראפ נישט פארהאנען.
אידעלע דיין הייליגע ליכטיגע נשמה גייט און שטופט אויף ארויף, דאס ביסעלע ערד און דער עשושית וגבשושית וואס לאזט נישט מען זאל איר זעהן נייג אין א זייט און לאז איר שיינען מיט אן אייביגקייט.
מיר דארפן נאר לאזן דאס ליכטיגקייט לייכטן, מיר דארפן נאר עפענען א פתח כחודו של מחט, און דאס פייערל וועט באשיינען דעם גאנצן ארום. איין קרעכץ, איין תפילה, איין אידיש טרער, און דאס ליכטעלע האט שוין פון וואו אריבער צו פירן איר ליכטיגקייט.
און ווען אידן זענען אינאיינעם, און פון איין קליין ליכטעלע ווערט א ריזיגער אש להבה, פון א תפילה ברוב עם, א תהלים מיט מנין, ווערט דער פלאם גרעסער און גרעסער און בוקע רקיעים, מאכט ליכטיג דעם ארום עד אין לשער.
יא, טראץ די עליית הנרות איז א שטענדיגער מציאות, איז קיין ירידת הנרות נישט פארהאנען.
א גוט שבת
(געשריבן געווארן אויף די בקשה פון “גליונות לש”ק” לתועלת הרבים
תגובות
קיין תגובות.