זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

דאס ביסעלע תמימות

11 יוני 2015, 13:41 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

דאס ביסעלע תמימות – גענעראל פארזאמלונג

ביים הויכן גענעראל אין ביורא, קומט פאר א “גענעראל פארזאמלונג” פון אלע גענערעלער און אלע נידריגע און העכערע ראנגיקע מיליטערסלייט, די וואס ברענגען די אינפארמאציע פון געוויינליכע און אומגעוויינליכע, באוואוסטע און אומבאוואוסטע קוועלער, דא איז יעצט די סמעטענע פונעם מיליטער, מ’האט א איינס אין א גאר לאנגע תקופה סארט אסיפה, ביי וועלכן גאר וויכטיגע מלחמה פלענער דארפן ווערן אויסגעשמועסט בעפאר די מלחמה גייט אריין אין פארע.

ביים רינדיגן טיש זיצן די פארקנייטשטע שטערנ’ס מיט באגילדעטע בגדים פיהל מיט מעדאלן, און ווייגערן זיך אויף קליינע און אומנויטיג אויסזעהענדיגע דעטאלן איבער דעם בעפארשטייענדן קריג, די גענעראלן קענען זיך שטעלן אויף א קליינעם דעטאל ווי א נאמען פון א גאס ביי וועלכן אראפצושטעלן א וואך, אדער גאר אפי’ איבער דעטאלן אין די קליידונג פון נידריג ראנגיקע סאלדאטן, אלעס קומט יעצט אויפן טיש ארויף.

ארום און ארום שטייען מיט עהרע די וואס ווערן אויסגעפרעגט איבער זייערע באקאנטשאפן וואס זיי האבן וואכן און חדשים געזאמלט, אלעס צו קענען זיך שטעלן צו דעם פארהער פון די גענערעלער, און ענטפערן אקוראט מיט פונקטליכע און דאטולירטע אינפארמאציע.

עס איז געקומען די רייע פאר א גרופע פון שפיאנען וועלכע האבן געמאכט לעצטע מינוטיגע שפיאנאזש אויף דעם שונא’ס מיליטערישע איינריכטונגען, און שטייען דא גרייט איבערצוגעבן זייערע געפינסן ביים שונא.

עס שטעלט זיך אויף דער הויפט פון די גרופע און פאנגט אן אראפצולייגן פאר די גענעראלן אלס וואס זיי ווייסן איבער דעם שונא, און אט פאסירט דאס אומערווארטעטע. דער הויפט נעמט זיך פארלייגן פלענער און געדאנקען, און ווי אויך לייגט ער פאר מיט זיכערקייט אז ס’איז נישטא קיין שום וועג צו געווינען דעם שונא. ער לייגט פאר זיין מיינונג, און ער דעקט מיט אנעקטאדן און עפיזאדן פון וואו ער נעמט זיין שטעלונג. אבער נאך פאר ער ענדיגט, ווערט ער אראפגעשטעלט פון אמט, און מיט גרויס כעס ארויסגעשיקט. דער גענעראל ווי נישט מיט זיין שטימע זידלט און שימפט, דער עולם קאכט, א מין חוצפה פון א שפיאן, ווער האט דיך געפרעגט צו מ’גייט יא אדער נישט געווינען? צו מ’זאל גיין אין מלחמה צו נישט? סך הכל דארפסטו איבער געבן דיינע קראנטע אינפארמאציע און לאזן די באשלוסן פאר די גענעראלן.

***

משה רבינו דער גרויסער גענעראל שיקט ארויס די מרגלים, עס איז דאך א פשוטע’ר השתדלות אזוי ווי יהושע בן נון האט געטוהן בשעתו, טראץ וואס ס’איז נישט געווען קיין שום חסרון אמונה, צו פירן די מלחמה מיט די טכסיסי מלחמה, און מיט אלע צוגעהערן. 

די מרגלים קומען צוריק מיט “באשלוסן”, זיי זענען מכריע צו מ’קען יא אדער נישט גיין קיין ארץ ישראל, זיי נעמען א שטעלונג נישט אין די ראמען פונעם תפקיד וואס מ’האט זיי געגעבן. און דערפאר האט זיך געענדיגט אזוי ביטער די פרשה פון די מרגלים.

עס פארלאנגט זיך פון א געטרייען סאלדאט דאס ביסעלע תמימות, נישט אלעס פארשטיין, נאר טוהן דעם תפקיד בשלימות. 

***

עס קומט אמאל א כרוז פון די מנהיגי הדור, אדער א קול קורא פון רבנים, און א פארלאנג באיזה תיקון שיהי’ וואס די עיני העדה האבן איינגעזעהן מעורר צו זיין אדער מתקן צו זיין. מיר אידן האבן א תפקיד, אויסצופירן אונזער תפקיד און נישט ברענגען קיין באשלוסן. מיר דארפן זיך באנוצן מיטן ביסעלע תמימות צו קענען אויך טוהן וואס פארלאנגט זיך פון אונז אן קיין איבריגע פארשטאנד נאר ווייל אזוי האט די תורה באפוילן.

האטס א גוט שבת

(געשריבן פארן גליון “גליונות לש”ק)

תגובות

קיין תגובות.

→ וויפיל זאנגען האט א בינטל?א מחלוקה אן קיין געמיינדע ←