א מחלוקה אן קיין געמיינדע
(געשריבן געווארן עקסקלוסיוו פאר “גליונות לש”ק” פ’ קרח)
אין א קליין שטעטעלע ווי די גאנצע קהלה לעבט זיך צוזאמען, מיט איין רב און איין ראש הקהל, און אלע אנדערע פונקציעס ווערן אויך איינפאך געפירט דורך איינצעלנע ממונים פון צווישן די קליינשטעטעלשע אידן, איז אמאל פארגעקומען א געפעכט אין ביהמ”ד ביים מערב וואנט צווישן די פשוטע’רע פאלקס אידן, אין וועלכן עס האט איינער פון די עמך אידן דערקלערט אז דער רב פון שטאט פארשטייט בכלל נישט זיינע געברויכן, און ער דערקלערט זיך אלס רב פון שטאט, צו ערפילן דעם חלל וואס איז יעצט פארהאנען.
פארשטייט זיך אז צו געלעכטער דארף מען נישט קיין סיבה, און עס איז געווען לעבעדיג ביי די אידעלעך, מ’האט זיך איזדיקעוועט מיט דעם אידל און נישט געלאזט קיין געלגענהייט אן אים דערמאנען אז ער איז גאר דער רב פון שטאט.
די שטאט איז ווייטער געפארן על מי מנוחות, און וואלט ווייטער אזוי געהאלטן לאנגע יארן ווען נישט איין טאג האט זיך אויפן מזרח וואנט געשאפן א שפאנונג צווישן די געמיטער און איינע פון די בנש”ק’לעך פון פריערדיקן רב האט דערקלערט אז מ’האט אים באקריוודעט מיטן כסא הרבנות, און דאס פאלק האט זיך אנגעהויבן צו מישן אינעם געמויזעכטץ און עס איז אריינגעקומען דער שטן מרקד און צעטיילט די מיינונגען, אזש ביז ס’איז געגאנגען קלעפ אין ביהמ”ד, און האט געברויכט אינטערווענץ פון גאר אסאך ארבייט.
מיר וועלן לאזן די אידן זיך אויסקומען, אבער ארויס נעמען א גאר וויכטיגן נקודה אין דעם ענין פון מחלוקת וואס מיר לערנען די וואך אין די פרשה.
די מחלוקת פון קרח קעגן משה רבינו ווערט פאררופן דורך חז”ל אלס מחלוקת קורח ועדתו, און עס איז מיר אלס שווער געווען פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס ווערן די מרגלים נישט אנגערופן אלס מרגלים ועדתם? עס איז דאך פונקט אזוי געווען אידן פארוויקלט אינעם חטא פון די מרגלים ווי אין דעם מחלוקה פון קרח.
א מחלוקה איז איינס פון די איינציגע חטאים וועלכע ווערט געפירט דורך די ארומיגע. איינמאל אקטיוויזירט, דארפן זיין די נושאי כלים צו טראגן די מחלוקה ווייטער, ווייל אז נישט וועט עס איינשלאפן און דער אלבאקאנטער שטן מוז אנהייבן פון דאסניי.
ווען קרח וואלט געקריגט מיט משה רבינו און נישט געהאט די עדה אידן וואס האבן אנטייל גענומען דערינען וואלט זיך עס געקענט ענדיגן ווי ביים אידל אויף מערב וואנט, און כלל ישראל וואלט נישט דורכגעגאנגען די שרעקליכע מגיפה און אלע אנדערע ליידן וואס זענען געקומען אלס רעזולטאט פון די מחלוקה. ווייסט דאס אבער דער שטן, און מאכט זיכער ס’זאלן זיך יאווענען אזוינע וואס נעמען זיך אן פארן גערעכטיגקייט, און מיינען טאקע נאר גוט, און פארשטייען גארנישט אנדערש, אבער פארשטייען אויך נישט אז נישט אלעס קען מען פארשטיין מיט איין מח’ל.
דאס לערנט אונז די וואכעדיגע פרשה, די מחלוקת פון קרח איז געווען “ועדתו” אז ער האט געהאט א געמיינדע מיט זיך. און עס קומט אונז לערנען אז נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט, לוינט נישט צו זיין אין די געמיינדע! ווייל א פלעמעלע וועט אויסצאנקען, אבער א פלאם פייער וועט זיך פארשפרייטן, און די פאלגן זענען גאר מסוכן.
עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו. האט א גוט לעכטיגן שבת.
תגובות
קיין תגובות.