דער טראמפייטער
אמעריקע איז א לאנד פון דעמאקראטיע, איר קענט טוהן וואס איר ווילט, און מ’קען אייך צוריק טוהן וואס איר ווילט נישט, און איר קענט זיך אפרעדן אויב איר ווילט, און מ’וועט אייך אויסהערן אויב מ’וויל.
עס קומט אמאל ווען דעמאקראטיע נעמט אן פארמען וואס זענען ווייט פונעם שכל, אבער וואס איז דא צו באקלאגן, דאס איז דאך דער ציהל, זיין פאררוקט, נישט פארשטיין וואס דער ציהל איז אבער אלס געדענקען אז מ’איז פריי צו טוהן וואס מ’וויל אן קיין שום סיבה.
נעמט א שטייגער, דער קאמפיין פארן פרעזידענטשאפט, וואס אין די אלטע היים האט מען פון אזוינס נישט געוואוסט, די מלכים און בני מלכים פלעגן שאפן א מאנארכיע און קיינער האט ניטאמאל אריינגערעדט אין די נושא, עס איז געווען דער קעניג אליינס וועלכער האט באשלאסן ווער עס וועט איבער נעמען דעם טראן, אדער איז עס געווארן באשלאסן דורך קריג און כאאס, קיינמאל איז נישט געווען דער דערהער אז מ’וועט צוזאמנעמען די פשוטי המון עם און הערן זייער מיינונג.
די גיטער און די דערפער זענען איינפאך אפגעקויפט געווארן דורך רייכע אריסטראקראטן, און די שטעט זענען געפירט געווארן דורך דעם גובערנאטאר וועלכן דער קעניג האט אריינגעשטעלט צו פארטרעטן זיין מאיעסטעט און בעיקר סוף יאר ברענגען די שטייערן צום אוצר המלוכה, און פארדעם האט דער שטאטס מייסטער געקענט טהון מה שלבו חפץ.
– דער ציהל פון דעמאקראטיע –
עס איז זייער א שיינער געדאנק געווען ביים געבורט, עס האט געוויזן אויף א געוויסן פרייהייט פון וועלכן דער מענטשהייט האט נישט גענאסן זינט די צייטן פון נמרוד, עס האט אוועקגענומען דעם הכנעה וואס פאלק און לאנד האבן געהאט צו איין מעכטיגן פערזאן, און דער ציטער וואס זיין אנוועזנהייט האט געשאפן אין די גלידער איז עפעס וואס מיר קענען נאר לייענען אין די ביכער.
עס האט געזאלט שאפן גלייכבארעכטיגקייט צווישן די פארמעגליכע און אומגליקליכע צוגלייך, עס האט געזאלט מאכן אז דער ארימאן מיטן עושר זאלן פארן אויפן זעלבן קארעטע אן קיין געוויסנביסן.
דער באקריוודעטער זאל קענען פירן א גראדן לעבן און נישט דארפן ליידן עקסטער צוליב זיינע אוממעגליכקייטן.
דעמאקראטיע טראץ זי האט גאר שיינע קאלירן איז זי נישט קיין ווייטער קאזין פון לענין’ס קאמיוניזים, וועלכע טראגט אויך די שיינע פראזן פון גלייכבארעכטיגונג, נאר מיט עטוואס אנדערע קנייטשן. עס איז נישט קיין רעכטן וועלכע ווערן צוגעטיילט פון די באהערדע, נאר רעכטן וועלכע ווערן אוועקגענומען פון פאלק און צוטיילט ביים פאלק מיט א גאר שיינעם פרייז פאר די באהערדע. עס איז געבויט צו מאכן ארים די רייכע, און לאזן ארים די ארימע, נאר די מאמע רוסלאנד אדער וועלכע עס איז גורס דעם קאמיניזם זאל לעבן אין רייכטוהם, ווען די ארומיגע ארים ווי רייך צוגלייך טונקען זיך אין פינסטערן דלות.
– דעמיוניסטן –
ערגעץ אינטערוועגנס האבן זיך די צוויי קאזינס משדך געווען און עס איז געווארן א נייער דערהער, א צאמשטעל פון דעמאקראטיע מיט קאמיוניזם, און ס’האט געשאפן דעם “דעמיוניסט” אין אידיש איז עס דער “בעל הדמיונות”. מ’לאזט דעם פאלק דמיונ’ען אז מ’לעבט פריי, מ’לאזט זיי מיינען אז זיי זענען אין קאנטראל פון זייערע נכסים, און אז זיי קענען טוהן מה שלבם חפץ, ווען אין דער זעלבער צייט מאכט מען מיט זיי דאס גענאר מיט א ענדע נו”ן.
אקעי, וואס שלעפ איך דא ארום, איך וויל צוקומען צום נושא: אין אמעריקע איז אנגענומען דער צאמשטעל פון צוויי ווערטער אלס א באקוועמליכקייט וועלכע מאכט געדענקען א נושא בעסער, עס איז אזא סארט מארקעטינג טאקטיק וועלכעס נעמט גאר גוט אויס ביי די מאסן.
האט זיך געיאוועט אז אינעם פרעזידענט קאמפיין לויפט דער באקאנטער פיגור דאנאלד טראמפ, וועלכער וויל האבן אויף זיין פראפייל אויך דעם נאמען אלס “לויפער פאר פרעזידענט” און אויב וועט אים געלונגען וועט זיין נאך א שורה, “פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס”. ביי אים איז דאס איין גרויסער שפיל, וועלכעס ענדיגט זיך קיינמאל נישט, און ווען דער ביליאנער בעל תאוה גלוסט זיך אן נאך א שורה אויפן רעזומעי גיסט מען אריין אפאר הונדערט מעלאנעלעך און מ’לאזט אין גאנג א קאמפיין, מיט די האפענונג אז אמעריקע איז שוין אזוי טיעף און אזוי ווייט פאררוקט אז ס’זאל קענען אט דאס פאסירן אז אזא פיגור זאל זיין דער קומענדיגער פרעזידענט.
אז איר פרעגט מיך, אויב קומט ער אן אויפן טיקעט וועל איך שטימען פאר אים. איינס ווייל אאיך בין דאך אויך א “אמעריקאנער” און איך האב מיר מיינע רעכטן. איך בין בארעכטיגט צו זיין משוגע ווי א שובך מיט טויבן, און קיינער קען מיר נישט זאגן קיין ווארט טראץ פרידאם אוו ספיטש, וויבאלד איש בין אן אמעריקאנער.
צוויי ווייל אויב מיט נארמאלע פרעזידענטן (?) זענען מיר אנגעקומען אהער, מי יודע, אפשר גאר דארף מען אמאל א קלאון פאר א פרעזידענט און אריינברענגען אין די פארכמורעטע אמעריקאנער אביסל לעבהאפט.
3. וויי אויב אמעריקע לאזט אים זיין אויפן טיקעט, פארדינען זיי נישט איימיצן בעסער אלס פרעזידענט.
נו, אויב וועל איך סיי ווי שטימען פאר יאם, מעג ער דאך הערן מיין מיינונג! נישט אזוי? אין אמעריקע איז אנגענומען דער צאמשטעל פון צוויי ווערטער אלס א באקוועמליכקייט וועלכע מאכט געדענקען א נושא בעסער, עס איז אזא סארט מארקעטינג טאקטיק וועלכעס נעמט גאר גוט אויס ביי די מאסן.
אלזא וויל איך פאר מיין צעקניפטן פרעזידענט קאנדידאט פארלייגן א נאמען וואס וועט ארייננעמען זיינע מעלות צוזאמען מיט זיין נאמען אין איין ווארט און לויט קענערס וועט עס גאר גוט אויסנעמען ביי די מאסן אלס א מארקעטינג קאמפיין.
אנשטאט אים רופן דער צודרייטער טראמפ, וועלן מיר אים רופן דער “טראמפייטער”.
וואס זאגט איר?
תגובות
קיין תגובות.