זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

אזא גרויסער שטעקן

16 יולי 2015, 00:19 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

(געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ מטו”מ)

זלמ’לע איז קיין גרויסער חכם נישט געווען, אבער א שמייכל האט ער אלס געהאט, און גוטע פריינט האבן געגליכן מיט אים א שמועס נאך א טאג שווערע ארבעט, עס האט זיך געשפירט ווי א וועלט אנע קיין דאגות. אבער צומאל איז פאר זלמ’לע אויך שווער געווארן א טיעפער כאפ, און דאס האט אים געקענט אריינפירן אין מרה שחורה.

איז זלמ’לע געגאנגען אויף א שפאציר ביים ברעג פון גרויסן וואסער נעבן שטאט, און זיך אזוי איינגעקוקט אויף די נפלאות הבורא, מיט זיין אויסערארדנטליכע רואיגקייט. פון דערווייטנס זעהט ער א שטעקן אין וואסער באוועגט זיך אומגעוויינליך, עס שלעפט זיך אהער און אהין, עס דרייט זיך נישט מיטן שטראם פון וואסער, ער שטייט באגייסטערט, אזא מין פלא דאס, א שטעקן זאל זיך אליינס באוועגן? ער שפעקולירט אפשר איז דאס גאר א חי’ אדער א מאשינקעלע, אנדערש קען אים אין קאפ נישט אריינגיין וואס דאס גרויסע שטעקעלע איז.

אבזערווירנדיג דעם וואונדער שטעקן, רוקט זיך זלמ’לע פאראויס אויף זיין שפאציר נענטער צום ארט וואו ער וועט קענען נענטער א בליק טאן אויפן שטעקעלע. ווי פון חלום דערוועקט ער זיך זעהנדיג דארט שטיין מאטל דעם פיש סוחר מיטן גרויסן פיש כאפער אייזן וועלכעס ער דירעקטירט מיט פאכמאנישקייט צו קענען צושטעלן פיש פאר די שטעטעלשע אידן. מאטל צעזינגט זיך הויך מיט א קנאקעדיגן “גוטן אוונט, זלמ’לע” זעהנדיג אז אויף אזא פישל האט ער נישט געראכטן זיך, יעצט וועט ער נישט זיין אזוי איינזאם דא. 

אויף מאטל’ס באגריסונג, זוימט זיך נישט זלמ’לע און לייגט פאר זיינע שוועריגקייטן, ער קען נישט פארשטיין דעם שטעקן וואס ער זעהט דא אין וואסער באוועגן אזוי שנעל און קעגן דעם שטראם, וויאזוי פאסירט דאס? 

זלמ’לע זלמ’לע דאס איז דאך מיין פיש פאנגער וועלכעס איך נוץ צו כאפן די פיש אין נעץ אריין. איך דריי ארום אהער און אהין ביז א פישל כאפט זיך צו צום ווארים וועלכער הענגט אויפן שפיץ, און דאן איז ער גאר מיינער, און איך מאך אים דערנאך א ווארימען ברוך הבא אין געשעפט אריין פון וועלכן דו קויפסט דערנאך דיין שבת’דיגן פיש.

אזוי??? וויאזוי קענסטו דאס קאנטראלירן דעם שטעקן פון דארט אינמיטן דעם וואסער? דו שטייסט דאך ביים ברעג?

טייערער זלמ’לע לאמיך דיר מסביר זיין, א שטעקן דארף מען נאר ביים שפיץ אנכאפן, און פון דארט קען מען קאנטראלירן דעם גאנצן שטעקן ביזן אנדערן שפיץ. דער שטעקן דארף ליגן אין מיין האנט דארט ווי ער פאנגט זיך אן, און אזוי ארום ווערט ער געפירט אהער און אהין. פארשטייסטו?

– – –

אין די פרשה פון די וואך ווען מ’רעדט פון נדרים, און דאס הארבקייט און טייערקייט פון א ווארט, זאגן אונז די ספרים הקדושים אז דעריבער איז נישט ווי דער סדר געוויינליך אין די תורה אז משה רבינו ע”ה האט גערעדט צו כלל ישראל, איז דאס מאל דוקא דער פרשה צו די ראשי המטות, זאגן אונז אויף דעם די ספה”ק אז דאס איז ווייל דער שפראך פון א איד איז ווי דער עק פונעם שטעקן וועלכעס קאנראלירט דעם גאנצן מענטש.

החיים והמות ביד הלשון. דאס קליינער צונג קען ברענגען און טראגן ווייט ווייט, און דעריבער דארף מען דאס שטעקלע זייער פארזיכטיג קאנטראלירן.

וויפיל גרויסע לייט זענען שוין פארווארפן געווארן מיט א פליטת פה, און וויפיל קליינע מענטשעלעך זענען דערהויבן געווארן לרום המעלה דורך א גוט ווארט אין גוטן פלאץ. איז דען נישט מער ווי גערעכט אויף דעם קליינעם אוצר אכט צו געבן און איר היטן ווי אן אויג אין קאפ?

אויסער די געפערליכע חטאים מיט וואס דאס צונגל קען דעם איד פארפלאנטערן, איז דאך א שכל אז א טראפקעלע מחשבה קען פארמיידן גאר גרויסע פראבלעמען.

האטס א לעכטיגן שבת.

תגובות

קיין תגובות.

→ דער טראמפייטערמיט וועם וועל מיר זעגלען? ←