להתענג בתחנונים
(געשריבן פאר גליונות לש”ק ואתחנן)
ביים עושר אין שטוב איז אלס ציכטיג ריין, אלס שפיגלט און גלאנצט, די משרתים טוען רעגלמעסיג זייערע פליכטן צופרידן צו שטעלן דעם האר וועלכער שטעלט פאר איינס פון די רייכסטע פערזאנען אין די מדינה, צו וועם מ’ווענדט זיך פון איבעראל פאר נדבות און ווי אויך פאר זיין שכל הישר’דיגן צוגאנג צו פראבלעמען.
עס איז היינט א טאג ווי אלע טעג ווען איינער פון די משרתים וועלכער האט א גאר אינטערסאנטן אויפגאבע, ער טראגט א קאנווערט אראפ צום הקדש וועלכעס איז אין ביהמ”ד פון שטעטל, און גיבט איבער דעם קאנווערט פאר א ארימאן וועלכער איז שוין ווי א תושב דארט, און יענער נעמט דאס איבער מיט א שמייכל, און שיקט צוריק א פארמאכטן קאנווערט.
אונזער משרת ווערט מער און מער נייגעריג צו וויסן וואספארא קארעספאנדענץ גייט צווישן דעם גרויסן עושר און דעם בלוטיגן ארימאן.
ער קען זיך נישט איינהאלטן און פרעגט דעם האר; אויב מעג איך פרעגן, איך קען זיך נישט איינהאלטן, אבער וואספארא געשעפטן האט דאס דער האר מיט דעם ארימאן? צו איז ער א פארשטעלטער ביזנעסמאן? א באהאלטענער נגיד? וואס איז דא די מעשה?
דער עושר האלט זיך נישט צוריק און פארציילט. אט דער ארימאן איז א האלב יאר צוריק געקומען קלאפן אויף מיין טיהר און איך האב אים געוואלט געבן א מטבע ווי איך טוה געוויינליך, אבער ער האט געבעטן ער וויל דוקא איך זאל אים אויסהערן, און איך האב טאקע אזוי געטוהן.
האט ער מיר געבעטן, ער וויל קומען ארבייטן צו מיר אין שטוב, ער האט מיר אראפגעגעבן זיין רעזומעי און ווי טויגליך ער איז, אבער איך האב נישט געהאט קיין אפענע פאזיציע אים אנצוטראגן. האט ער צו מיר א אינטערסאנטן פארלאנג געהאט, אז איך זאל נאר יעדעס מאל וואס ער שיקט אריין א אפליקאציע פאר די ארבייטס פאזיציע, אים לאזן וויסן אז איך האב עס געזעהן, און מיט דעם וועט ער שוין זיין זייער צופרידן, און וועט נאר קומען ווען איך וועל אים ערלויבן.
איך האב פארשטייט זיך אים געזאגט אז איך וועל אים דאס נאכגעבן. אלזא דער ארימאן שיקט מיר טעגליך זיין אפליקאציע פארן שטעלע, און איך שיק אים צוריק א קאנפירמאציע אז איך האב עס געקריגן, און אזוי גייט דאס שוין א לאנגע צייט.
דער משרת ווענדט זיינע טריט גלייך צום הקדש און פארלאנגט פונעם ארימאן א הסבר, מילא מיין בעה”ב ער איז דאך א צדיק און ער וועט טוהן ווי ער האט זיך אינטערגענומען, אבער וואס פארא נוצן האסטו ארימער מענטש פון דעם אז דו האלטסט אין איין שיקן דיין אפליקאציע?
דער ארימאן ענטפערט מיט א באהאלטענעם שמייכל אויפן פנים. מיין טייערער איר זאלט פארשטיין, די הנאה אז איך האב א אנגייענדיגע קארעספאנדענץ מיטן גרעסטן עושר פון שטאט, איז איין הנאה וולכע איך קען דיר אפי’ נישט מסביר זיין. ווי אויך אז איך ווייס אז דער עושר לייענט מיין אפליקאציע יעדן טאג, האף איך אז איין טאג וועט ער נאך האבן עפעס א פאזיציע מיר צו געבן. איין זאך אבער אויב וועל איך נישט צוריק הערן פון אים, ווייס איך אז מיינע האפענונגען זענען צערינען. פארשטייסטו שוין מיין שמחה מיט די בריוון?
***
ואתחנן אל ד’ בעת ההיא, משה רבינו ווייזט אן פאר אידישע קינדער, אז א אידישע תפילה גייט קיינמאל נישט לאיבוד, די אפליקאציע ווערט געלעזט דורכן מלך מלכי המלכים אליינס, דער מלך פון אלע וועלטן, לייענט אונזערע קליין קעפיגע בקשות, און טראץ וואס מיר זעהן נישט אלס גראד דעם בריוול צוריק קומען, האבן מיר א שטענדיגע קאראספאנדענץ מיט אונזער טאטן אין הימל.
משה רבינו האט מתפלל געווען איבער פינף הונדערט תפילות, אלס וויסנדיג אז ער וועט סוכ”ס נישט אריינגיין קיין ארץ ישראל, אונז צו לערנען די אייביגע הנאה פון מתחנן זיין צום גרויסן טאטן, וואס די הנאה און תענוג פון אט דעם רשות וואס אפי’ מלאכים האבן נישט, אלס צו קאמיוניקירן מיטן בורא כל העולמות אליינס, איז שוין גענוג נישט אראפצולייגן דעם סידור’ל, און זיך משתעשע זיין מיט דעם גרויסן כבוד וואס מיר האבן אלס קינדער פון גרויסן טאטן.
די שלוחים די מלאכים, קוקן מיט וואונדער, וואס גייט דא פאר? מיר בעטן איינמאל, און מער קענען מיר צום מלך נישט רעדן, און אט שלעפן מיר יעדן טאג הויפענעס קאנווערטן פיהל מיט תפילות ותחנונים, און דאס גייט אזוי יעדן טאג עטליכע מאל, און צומאל נאך מער פון דעם. די מכניסי דמעה טראגן און ברענגען, אבער וואונדערן זיך ווי שטארק איז די שייכות און קשר צווישן די פשוט’ע בשר ודם אידעלעך מיטן אלמעכטיגן באשעפער.
לאמיר אויסנוצן אונזער כח און זיך אויסבעטן אלס גוטס.
האט א לעכטיגן שבת
תגובות
קיין תגובות.