זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

א פעלד מיט ווינקלען

12 אויגוסט 2015, 23:35 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

(געשריבן אינטערן רושם)

איך קום פון פעלד, איך קום פון א פעלד מיט ווינקלען, א פעלד וואס וואו מ’דרייט זיך שטייט א איד אין ווינקל, א פעלד מיט טויזנטער ווינקלען פון וואו טויזנטער און צענדליגע טויזנטער תפילות זענען בוקע רקיעים אין דעם יומא דהילולא קדישא של רבינו הקוה”ט זי”ע ועכי”א.

עס זעהט אויס ווי יעדער שלעפט א פעקעלע אויף די פלייצע, א תהלים אין האנט און א ווינקל אין צווייטן האנט, שטעלט זיך אוועק אינמיטן פעלד, און פארגעסט פונעם ארום, אוואו אפגעזונדערט אין א ווינקל שפירן זיך די אידן אויף דעם פעלד.

דאס נאטורליך גערויש פון די געלט קלייבער ווערט אומנאטורליך קלענער און ווי פארטויבט פון א העכער קול, א אומהערבארער רעש גדול וואס פארשטימט דעם ארום, און ער הערט נאר דאס אייגן צובראכן געבעט תפלה למשה…

אט זעה איך א אידל שטיין אינדערמיט, מיטן פנים פארקירוועט אוואו ער זוכט א ווינקעלע פאר די טרערן צו פארדעקן, עס זעהט אויס ווי ער שפירט זיך טאקע אין א ווינקל, עס שטראמען פון די אויגן אן קיין אפהאלט. ער שטייט אינמיטן פעלד איינער אליינס, מיט נאך טויזנטער אידן וואס שטייען אליינס. עס איז נאר דער קול וואס פלעכט זיך למעלה מעשרה וואו די קולי קולות טרעפן זיך און פארמירן א קנויל ווי פונעם קטורת גלייך צום כסא הכבוד.

עס איז נישט דער געוויינליכער ווידער קול פון ליידיגקייט, עס איז דער אפקלאנג פון טויזנטער תפלות על אם הדרך וועלכע די מלאכים ושרפים טראגן ארויף אויפן מזבח של מעלה.

אט די אלע אידן פון אלע קרייזן און שיכטן זענען די עמודי עולם וועלכע קנעטן דעם ליים פאר די זוילן אויף וועלכעס דאס וועלטעלע שטייט, זיי קלאמערן זיך צו דעם פעלד מיט טויזנטער ווינקלען, ווייל עס איז א הייליג פלאץ וואו די שכינה הק’ טוט זיך נישט אפ פון די צדיקים במיתתם הקרויים חיים.

זאלן די אידן אהיים טראגן שפע רב השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות בכלליות ובפרטיות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם.

תגובות

קיין תגובות.

→ להתענג בתחנוניםווארט איר טאקע? ←