ווארט איר טאקע?
(געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ עקב)
אן אינטערסאנטער אנעקדאט וועלכעס שפילט זיך כסדר אפ פאר אונזערע אויגן, קען אונז פירן צו פארשטיין א גאר טיעפן דערהער אין לעבן.
פארנדיג פון איין סטאנציע צום צווייטן מיטן באן, קומט אמאל אויס צו דארפן אפשטייגן און ווארטן אויפן קומענדיגן באן אדער גאר עטליכע באנען שפעטער, און פון דארט פארן צום דעסטינאציע וואו מ’וויל דערגרייכן.
זיצנדיג אויפן באנק און ווארטנדיג פארן קומענדיגן ספעציפישן באן, מערק איך פון מיינע צוויי זייטן זיצן מענטשן און זיי ווארטן אויך אויפן באן, אפשר ווארטן זיי אויפן זעלבן וואס איך, אדער גאר אויף א צווייטן באן. איך באמערק אבער א מאן וועלכער זיצט אויפן עק פון באנק קעגן איבער, און איז אויסגעשפרייט מיט זיינע חפיצים, און זינגט זיך אונטער אוואו די וועלט איז זיינס, מיט זיין עסן און טרינקען אויסגעשפרייט ווי ער זיצט אין זיין דירה דא. איך ווייס זייער קלאר, דער ווארט נישט אויף קיין באן, ער זיצט דא ווייל ער האט נישט וואו צו זיין, דער איז אודאי א היימלאזער מאן.
עס כאפט מיך א מחשבה’לע, וואס טוט זיך דא? מיר זיצן אלע אויפן באנק, מיר זיצן אלע אויפן זעלבן ארט, און קוק ווי גרינג ס’איז מיר צו באמערקן ווער עס ווארט, אדער ווער עס ווארט נישט.
– – –
ביים דאקטארס אפיס יעדער זיצט און ווארט, דא און דארט דערקענט זיך אן אומגעדולדיגער וועלכער פרעגט זיך נאך כסדר וויפיל דארפן נאך אריינגיין פאר אים, און אנדערע וועלכע ווארפן בליקן צום וואנט זייגער, האנט זייגער, אדער טאשן זייגער. יעדער וויל זיך זעהן אינדרויסן.
ביים ווינקל זיצט א אידל אקוועם מיט א טעלעפאן איינגעשטעקט אין וואנט, און טרינקט א גלאז פיינעם קאלטן וואסער, ער נישטערט צווישן זיינע באגאזשן, און מאכט זיך א פיינעם פראוואזארישן סענדווידזש און עסט דאס אנגעלאהנטערהייט אויף די לינקע זייט.
איר קוקט אים אן און איר וואונדערט זיך, ווארט דער אידל אריינצוגיין צום דאקטאר? זעהט עפעס נישט אויס.
אבער ער זיצט דאך פונקט ווי אלע און אין זעלבן פלאץ אויפן זעלבן בענקל. עס איז פארט גרינג צו באמערקן ווער עס ווארט און ווער עס ווארט נישט.
—
ושמרתם לעשות את כל החוקים ואת המשפטים אשר אנכי נותן לפניכם היום. טייטשט דער הייליגער אוה”ח אז דער לשון ושמרתם איז א לשון פון ווארטן, ווי עס שטייט ואביו שמר את הדבר. א איד ווארט צו טוהן מצות און מעשים טובים, דאס אליינס איז שוין א מצוה.
קענען מיר דען מקיים זיין אלע מצוות? וואס טוט זיך מיט מצוות התלויים בארץ? קענען מיר דען טוהן מער ווי האפן, און ווארטן, אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו אט די מצוות? אדער איז דען שייך ביי א ישראל די מצות פון א כהן? קענען מיר דען טוהן מער ווי ווארטן און האפן צו האבן א חלק אין די הייליגע מצות וועלכע מיר מוזן יעדעס איינע האבן פאר אונזער תיקון השלם?
זיצן מיר אלע אין זעלבן גלות, אין די זעלבע אמעריקע, אין דעם זעלבן שמוץ, און פון דעסטוועגן דערקענט זיך גאר שטארק ווער עס זיצט און איז באקוועם, אדער ווער זיצט און ווארט. ווער זיצט און ווארט בכליון עינים צו די ריכטיגע גאולה, צו קענען טון אלע מצוות בשלימות.
מיר גרייטן זיך צו די הייליגע טעג. די טעג וואס זענען אונז געגגעבן געווארן במתנה מרוב חסדו וטובו פון אונזער גרויסן טאטן. טעג וואס דערינען משפט מען די גאנצע וועלט, האט מען אונז אין די טעג געגעבן די גאלדענע געלעגענהייט, מ’האט אונז געעפנט א טירעלע ביי וועלכן מיר קענען אריינשיקן אונזערע תפלות ובקשות, די שערי דמעות זענען אפן ברייט פאר אונז.
וויאזוי גייען מיר צו צו די הייליגע טעג? אומגעדולדיג? באקוועם? אדער ווארטן מיר בכליון עינים אויף די געלגענהייט צו קענען רעדן צום מלך מלכי המלכים אליינס?
עס דערקענט זיך גאר שטארק אויב מיר ווארטן, אדער זענען מיר באקוועם דא אין גלות און קענען נאר באשטיין משיח זאל אנקומען.
ווען מיר גייען דאווענען און די אינטערעסע איז מער אין ווען מ’ענדיגט ווי איידער ווען מ’הייבט אן, ווייזט דאס עפעס אויף אונזער ווארטן! הייסט דאס געווארט?
מיר ווארטן און מיר האפן אז די הייליגע טעג זאלן אויף אונז משפיע זיין שלימות און השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות, און מיר זאלן שוין זוכה זיין באמת צו די גאולה שלימה בב”א.
גוט שבת
תגובות
קיין תגובות.