זאלצוואסער — ארכיוו
פעליעטאנען, עסייען און לידער פון „זאלצוואסער“, 2012–2021
זוך אין אלע ארכיוון

האב מורא אליינס

23 אויגוסט 2015, 18:35 · zaltzvaser · אריגינעל ↗

(פארן גליונות לש”ק פ’ ראה)

עס איז דער ערשטער טאג אין חדר, די קינדערלעך פרייליך צום שטייגן צו די העכערע כיתה, און מיט א קיצל פון מורא פון דעם נייעם מלמד, זיי ווייסן נאכנישט וואס צו ערווארטן אין די נייע כיתה, וואספארא מלמד זיי האבן געקריגן, איז ער שטרענג? איז ער נאכגיביג? אויף וואס איז ער מקפיד? זיי ווארטן מיט אנגסט, און הערן זיך צו וואס דער רבי באפעלט אינעם פתיחת הזמן.

דער מלמד מיט א שטילע און ערנסטע שטימע צעלייגט דעם סדר היום פאר די נייע העכערע כיתה מיט גרויס ערנסטקייט, און שטעלט אראפ זיין פרינציפליכע שטרענג האלטן די זמנים, לכל דבר ועת לכל זמן, פרישטאג איז פונקטליך ניין אזייגער, מיטאג פונקטליך איינס און אזוי ווייטער. און דא פלוצים ווערן די קינדער שאקירט פון א פרישע אומפארשטענדליכע זמן וואס דער מלמד שטעלט אוועק, די קינדער פארשטייען נישט וואס דאס מיינט.

דער מלמד זאגט מיט אן ערנסטע מינע, פון דריי ביז פיר אזייגער יעדן איינציגן טאג דארף יעדער תלמיד מורא האבן פון מיר! אבער מיט א אמת’ע פחד! נישט אויפהערן צו פארכטן פאר א פולע שעה.

די קינדער קוקן זיך איבער צווישן זיך מיט קענטיגע וואונדער, וואס מיינט דאס? וויאזוי באשטעלט מען א זייגער פאר פחד? צו וועט אונז דער מלמד איבערשרעקן יעדן טאג? וויאזוי האט מען מורא צו א זייגער יעדן טאג?

דער מלמד לאזט נישט ווארטן לאנג און איז מסביר:

טייערע תלמידים, מורא האבן איז פון די איינציגע זאכן וואס באמת ליגט נישט אין די הענט פונעם מענטש, עס קומט געוויינליך פלוצלינג אדער פון גאר שטארקע אומגעוויינליכע דרוק אויפן מענטש, עס איז פון די סארט וואס א ליבליכער טאטע וויל פאר זיין קינד נישט שאפן, און קען נישט ווערן באפוילן צו טוהן נאר ווערט פון זיך אליינס געשאפן צוליב עפעס וואס ווארפט דעם פחד אויפן מענטש.

און אט פון אלע מצוות וואס הקב”ה האט אונז געגעבן און באפוילן איז דוקא יראה די איינע מצוה וואס ער האט אונז געבעטן מיטן לשון פון מה ד’ שואל ממך כי אם ליראה! אט די אאיינע זאך וואס ביי אונז זעהט אויס אינגאנצן נישט אין אונזערע הענט, האט אונזער גרויסער טאטע ברוב רחמיו וחסדיו אונז געשריבן אין זיין הייליגע תורה אש שחורה על אש לבנה: קינדערלעך איך וויל אייך נישט אפשרעקן! איך האב געזאגט פאר די וועלט זי זאל שטיין, און ווען איך האב געזאגט פאר שמים וארץ “די – גענוג” האבן זיי פאר פחד עולם זיך געשטעלט און געבליבן אזוי ווי איר זעהט זיי היינט שוין טויזנטער יאר.  

צו אייך מיינע ליבע קינדער האב איך גערעדט ביים בארג סיני, און גאנצע עשרת הדברות האט איר געהערט פון מיר מיט מיין נביא אמת משה רבינו, ואתם הדביקים חיים כלכם היום, איר קענט אנגיין מיטן טאג טעגליכן עבודת ד’.

דערפאר איז דאס די איינע ציוו וואס איך בעט פון אייך “טוהט דאס אליינס” האט מורא פון גוטן ווילן! איר זענט מיינע קינדער, און איך וויל מיט חסד אייך מזכה זיין מיט אט די הויכע מדריגה, איר זאלט מיט דעם מענטשליכן קערפער צעביסלעך דערגרייכן צו יראת התרוממות, און נישט ח”ו מיט קיין פלוצימדיגע שרעק וועלכע קען פארלאזירן שמים וארץ אוואו איר זעהט עס.

יא, קינדערלעך טייערע, אלס מלמד קען איך ווארפן א פחד מיטן קאנטשיק און אלע אנדערע קנסות, אבער איך וויל איר זאלט לערנען פלייסיג מיט רואיגקייט, דערפאר בעט איך אייך “האטס מורא אליינס”. לאזט מיך נישט נוצן די מעטאדן אייך אפצושרעקן, וועלכע שוואכן אפ דאס שיינקיייט פון אלע אנדערע לימודים אין חדר.

מיר אידן טוען מצות חוקים ומשפטים אלס וואס דער אויבערשטער באפעלט, און אט די איינע גרויסע מדריגה גיבט אונז אונזער טאטע כרחם אב על בנים מיט אומגעהויערע רחמנות בעט ער אונז כי אם ליראה! טוט דאס אליינס! איך וויל אייך נישט דארפן אפשרעקן.

הכל בידי שמים, חוץ מיראת שמים! ווייסט איר פארוואס? מרוב רחמיו וחסדיו וויל ער אונז זאלן דאס אליינס נעמען!

זאלן מיר טאקע זוכה זיין צום ריכטיגן יראת שמים ואהבת ד’ בכל לבב תמיד.  

האט א לעכטיגן שבת.

תגובות

קיין תגובות.

→ ווארט איר טאקע?דער ריזיגער טויער ←