דער ריזיגער טויער
געשריבן פארן גליונות לש”ק פ’ שופטים
ביים טויער פון די מיליטערישע קאזארמע זיצט אן אלטער אויסגעדינטער סאלדאט, ער איז באציהרט מיט מעדאלן פון זיינע אמאליגע עררייכונגען, אבער היינט איז ער שוין אלט און שוואך, פאר אים איז געבליבן דער מינדערוויכטיגער ארבייט פון עפענען און שפארן דעם ריזיגן טויער וואס פירט אריין אין די וועלט פון מיליטער.
אט דער טויער איז געבויט פון שטאהל און פון שווערע אייזן באלקאנעס, וועלכע זענען כמעט אוממעגליך איבערצוברעכן אפי’ מיט גאר שטארקע כלי זיין, עס ברויך א ספעציעלן שומר וועלכער גיבט זיך אפ מיט די טיהרן, צו מאכן זיכער אז זיי זענען אין טאקט, און פאררעכטן ווען מ’ברויך.
עס שטייט דארט א קליינטשיק אינגעלע וועלכער קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די גבורות פון דעם אלטן סאלדאט, ער פרעגט אים וויאזוי קען אזא אלטער איינגעבויגענער סאלדאט טראגן אזא טיהר וואס איז שווער ווי אפאר טאן וואג. עס איז דאך נישט משיג צו זיין.
דער סאלדאט מיט א שמייכל איז מסביר פארן קינד: קינד מיינס קוק וועסטו זעהן די אנגלען ביי די טיהר, זיי האלטן עס אן מיט שטארקייט, און אזוי דארף איך נאר מאנעווירן וועלכע זייט איך וויל דאס טיהר זאל זיך דרייען. איך וואלט דעם טיהר פון פלאץ נישט געקענט רירן אויב וואלט עס נישט אויף די אנגלען געווען.
***
שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך, הקב”ה הייסט אונז לייגן שופטים ושוטרים ביי די שערים, עס ווערט אזוי גערופן ווי די שערים אויף וועלכן עס זענען דא די אנגלען וועלכע האלטן די שווערע טיהרן.
דער הייליגער אוהחה”ק זאגט אויפן פסוק, כי תצא למלחמה על איבך וראית סוס ורכב עם רב ממך לא תירא מהם כי ד’ אלקיך עמך המעלך מארץ מצרים.
אז דאס גייט ארויף אויף די מלחמת היצר וואס טרעפט דעם מענטש ווען ער זעהט זיך ארום אז דער יצה”ר איז לוחם ווי א געלערנטער גענעראל, ער קומט מיט סוס ורכב, און דא שטייט דער פשוט’ער בשר ודם דערשראקן וויאזוי איבערצוקומען דעם גרויסן פייער פונעם שטן.
ווידעראום טרעפט ער זיך קעגן דעם נסיון פון “ורכב” וואס דאס ווייזט אז די מלחמה איז א שטענדיגע עס איז מיט די טבעיות וואס זענען מורכב אין דעם מענטש אליינס, אלזא די מלחמה זעהט אויס ווי א פארלוירענער ח”ו.
דאן זאגט אונז דער פסוק אז געדענקען דארפן מיר אז הקב”ה האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים פון די טומאה וזוהמ’ וואס האט אויך אויסגעזעהן בלתי סוף, און פון דארט האט ער אונז געפירט. גראד אונטער די חופה מיט די הייליגע תורה, צום הייליגסטן מאמענט אויף דער וועלט און אלע וועלטן, ווען כלל ישראל האט מקבל געווען די הייליגע תורה.
און דאס דארף דינען פאר אונז פאר א חיזוק צו געדענקען אז מיר זענען קיינמאל נישט פארפאלן, נישט קיין חילוק. ווי שטארק דער שטן איז! ווייל עס איז דער זעלבער באשעפער וואס גיבט אונז דעם נסיון להטיב עם בריותיו, עס איז דער זעלבער באשעפער וואס וועט אונז אויסלייזן פונעם נסיון.
עס איז טאקע א שווערער טיהר וואס ווארפט א שרעק און א אימה, אבער לאמיר נישט פארגעסן אז די אנגלען וועלכע מאכן אויף די טיהר, זענען די זעלבע וואס שפארן עס אויך, מיר דארפן נאר דירעקטירן אונזערע קליינע כוחות אז דער טיהר זאל זיך דרייען צום פונקט וואו עס באלאנגט.
זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן אז מיר זאלן מיט דאס ביסעלע כח קענען אנקומען צו שטייגן מעלות גבוהות ורמות בדרכי התורה והיראה.
א גוט שבת.
תגובות
קיין תגובות.