והסר יגון
האט איר שוין אמאל געדאוונט מיט תרח’ס מנין?
דער תרח דרייט זיך אין קבר ווען ער הערט אז א מנין שחרית פון זיין זונדעלע דער הייליגער אברהמ’לע רופט זיך אויף זיין נאמען. אבער נאך מער דרייט ער זיך ווען עס דערמאנט אים די שרעק און אנגסט פונעם קאלך אויוון ביי נמרוד’ן.
יא עס ברענט און עס פלאקערט, און עס ווערט נישט פארברענט! דער מנין פארט ווי א ווילד פארצוקענדער לאקאמאטיוו און די רויעך קען ניטעמאל געזעהן ווערן פאר גרויס געיעג.
אלזא איך האב אריינגעבלאנדזשעט אין דעם תרח מנין וועלכע דאוונט זיך (עס דאוונט זיך! איר הערט גוט) 6:00 אוהר שארפ. נישט קיין חילוק צו ס’איז טאג נאכט אדער בין השמשות.
עס האט מיר איינער אנגעוויזן אז דער זייגער דארט אויפן וואנט אינעם הינטערשטן שטובל אין ראדני ביהמ”ד קריגט די מערסטע איטענטשן פון אלע זיינע קרובים זייגער’ס. לכאורה א גלגול פון א גרויסן אכטונג זיכער (איטענטשאן סיקער). א מינוט פארן זמן זיצן איבער א מנין אידן מיט אנגעשפיצטע אויגן אויפן זייגער, און ווען דער קליינער לאנגער סעקונדן ווייזערל מארשירט ארויף אויפן צוועלווער ברעכט אויס א וואלקאן פון אומקאנטראלירטע געשעענישן.
שטייטעלעך (נישט די מנין…). איין יודל זיצט דארט מיט די האנט אויף די ניקלעך און די צווייטע האנט אויפן ר”ת תפילין און די ברילן אויפן ווייכן חלק פון א אויסגעמאטערטן נאז, און נעמט זיך ברומען ראבאטיש אמן מיט אמן יש”ר. נישט קיין חילוק צו דער בעל תפלה זאגט קדיש צו נישט. ער ווייסט פונקטליך לויט דעם ווייזערל ווען מ’ענטפערט אמן און אז דער בעל תפלה שטעלט זיך נישט צו צום זייגער איז דער אמן יתומה זיין חטא.
אביסל ארויפציהר זעה איך א איד וואס ער וואלט נאך אריינגעפאסט אינעם 7:30 מנין צוליב זיין יונגן עלטער, אבער ווען איך באמערק זיין באטעלע שנאפס אינעם פלאסטיק אריינגעטון צווישן די רש”י און ר”ת תפילין זעה איך אז דאס פנימ’ל האט מיך פארפירט, ער איז א בן ארבעים כבן שבעים און שטימט קלאסיש אריין ביי תרח’ן.
איין אינגערמאן וואס האט זיך אויסנאם געיאגט און מיט איין האנט נאך פארראכטן זיין פיאה און געהאלטן דעם ראבער פארן בארד צווישן די ציין אין די צייט וואס ער קושט די ציצית ביי ברוך שאמר, האב איך גאר געהערט אז ער יאגט זיך יעדן טאג אזוי, ווייל ער זוכט א דזשאב…
דער בעל תפילה ציהט אן אויג – נישט מיינס, זיין אייגנס- מיט איין בליק קוקט ער צו ער האט תשעה עונין, מיטן צווייטן בליק איז ער מעיין אויפן באליבטן זייגער צו זעהן אויב ער לויפט אויס פון צייט. און אזוי טרייבט זיך א געטרייבעכץ אז מ’זאל האבן אפגעקומען דאס געטריבענע.
אלזא. איך בין אריינגעפאלן אין אט דעם מנין מיט ביידע הענט ארום דעם פעלענעם טלית בייטל, און זיך געשטעלט ביים בימה אבזערווירן וואו איך קען קונה שביתה זיין.
מיין אויג איז געפאלן אויפן ווינקל פון דרומית מערבית. דארט איז לכאורה די ווייטסטע פונעם פארע וועלכע איז מערסטנס ביים קאנדאקטאר.
איך קריך אריין אינעם טיש און פארווארף דעם טלית, זינג זיך אינטער ברכי נפשי… עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן. ביים טיר באווייזט זיך אן יונגער-אלטער מאן און פון הינטער זיינע שווערע ברילן זעה איך קלאר אז איך בין דער וואס ברויזט אים.
איך הייב הענט און פוס, מאך זיכער אז כ’האב נישט איבערגעלאזט קיין אנדערן אבר און זוך א מקום וואו צו לאנדן.
אין מיין זוכעניש בארעכן איך זיך אז ביים בלעמער וואלט לכאורה פאסיג געווען. אבער דאס האט זיך אויך ארויסגעשטעלט צו זיין א שלעכטער געדאנק ווען די חברה האבן מיר געווארפן בליקן וואס האבן מיך דערשראקן. איך האב הערשט נאכדעם באמערקט אז דער גבאי צדקה האט ליעב צו שטיין דארט און מאכן זיינע חשבונות און אויך ווען ער רופט אויס דארף ער פלאץ צום קלאפן אויפן בלעמער.
איך שטעל מיך דאווענען במקום אחר און נאך א קנאקעדיגן עטיפה קום איך ארויס פון אונטערן טלית און זעה א פארקנייטשטן בייטל אויף אלע מיינע חפצים מיט אן ערנסטן אידל אין א כאלאטל וואס לייגט תפילין כאילו ער זעהט נישט אז ער האט זיך ארויף געלייגט זיינע תפילין אויך מיינע.
איך פרוביר דעם אלטן טאקטיק פון גיבן א הויכן שלונג ער זאל דערהערן מיין אנוועזנהייט, אבער ווען נישט איך קען די פערסאנאליטי וואלט איך געקענט שטארק זיכער זיין אז דער איז ל”ע בלינד טויב און שטום רח”ל.
ווען מ’האט געהאלטן ביי ויברך דוד זעה איך ווי איינער פון די אלטווארג שטעלט זיך אויף מיט שוועריגקייטן און קריכט ארויס פון באנק און שפאצירט צום צווייטן עק ביהמ”ד מיט א שמייכל און זיין גראבן סידור אין די האנט. ער ווייזט אויף זיין סידור’ל פאר זיין יוגנט חבר און ביידע צעשמייכלען זיך הארציג. איך בין זיכער אז איינע פון די צוויי הייסט ברוך אדער דוד, אז נישט כאפ איך נישט וואס נאך א וויץ דארט האט געקענט ליגן אין דעם יעדן טאגיגן ויברך דוד.
די שמחה ביי דעם מנין איז ניט צום באשרייבן, טייל פון די אידן קומען אן אזוי מונטער און פריש ווי די אינגעלייטלעך צו מנחה ווען די ווייבער לאזן זיי אנטלויפן פון די בהלה. מוז זיין אז אידישע תפילות האלטן אונז פריש. זאגט מיר איינער אינטער מיט א שמייכל: ואידך פריש”ע זיל גמו”ר. סך הכל ווילן די אידן ענדיגן. וד”ל
זאל איך שרייבן איבערן לחיים? נע עס קען נאך ברענגען נאכווייען. דאס קאפ האט מיר געשווינדלט פון מיטהאלטן דעם לחיים פראגראם נאכן דאווענען!
נאכן דאווענען??? דאס הייבט זיך אן ביי ק-ל ארך אפים ביי תחנון. דער בעל תפלה זינגט אפ דעם ושם נאמר און ווייזט פאר א אידן אויפן ערשטן טיש ארויסצוגיין ברענגען דעם לקח וואס ער האט געלאזט הענגען אויפן הענגער ביי די האנטוכער ביי די מקוה.
אינמיטן נפילת אפיים ווערט שוין טיש געדעקט. און מאנכע זאגן שוין על המחי’ ביי ובא לציון. (מיין איך דען ח”ו אראפצורייסן די אידן? נאר איך וויל צוקומען צו א נקודה)
פון הויכע שמו”ע און ווייטער טוט זיך א רצועות געפליקעכץ פונקט ווי ביי אלע אינגערע מנינים, אבער פארט מיט עפעס א שטערקערן גערויש און באנומענע ערנסטקייט צום גאלאפ פון דעם געפליקעריי. עס זעהט אויס ווי עס איז דא א פארמעסט ווער עס קען שנעלער גייט פון רש”י צו ר”ת.
רעגולערע מתפללים ביי תרח’ס מנין זענען געוויינליך ווי שבת זייגער’ס, די מויל שאקלט זיך מיטן ריטהם פונעם זייגער. דער קאפ בייגט זיך ווען דער זייגער ווייזט מודים, און די הענט קלאפט זיך ווען דער זייגער זאגט סלח לנו. אלעס גייט מיטן זייגער.
וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין זיכער אז די תפילות ווערן נתקבל לרצון, אבער די נקודה וואס איך האב מיך געלערנט פון דעם עפיזאד, און קען מעגליך זיין א שטארקער לימוד פאר אסאך אידן, איז: אויב יאגט מען זיך ווען מ’האט א פיינעם תירוץ זיך צו יאגן, יאגט מען ווייטער אפי’ ווען דער תירוץ איז שוין נישט שייך. וד”ל
זעמיר דאך מתפלל “והסר יאגן”
נ.ב. דאס ווערטל פון “והסר יגון-יאגן” האב איך אמאל געהערט פון א גאר חשוב’ן עלטערן איד הר”ר נח אבראהאם ע”ה. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.
תגובות
קיין תגובות.