ווען טראכט איר?
די וועלט האט הקב”ה באשאפן מיט די פיהר דרגות אין די בריאה. דומם, צומח, חי, מדבר.
-דומם-
עס פארקוקט זיך מיר אמאל אויפן אומשולדיגן דומם, און איך קלער, וויאזוי קען דאס דער דומם שטיין אויף איין פלאץ אומבאוועגליך? ווילט זיך נישט פאר א שטיינדל זעהן זיין שכן שטיינדעלע נעבן וועם ער ליגט שוין אמאל הונדערטער יארן?
וויל נישט דער דומם אמאל כאפן א קורצן שפאציר ארום די בלאק און קוקן צו ער פארפאסט נישט עפעס?
אה! וואס איז דען די שאלה? ער האט דען א מוח צום טראכטן? וואס ווייסט ער דען? וואס וויל ער דען? “ער קען דאך נישט טראכטן”.
***
-צומח-
אין א שיינעם זוניגן טאג איז דאך נישט מער ווי נארמאל זיך צו פארקוקן אויפן ביימעלע, אויפן בלומעלע, ווי שיין זיי בליעהן, און ווי פרעכטיג זיי הייבן זיך יעדער אויף זיין שטייגער און לויט ווי פון הימל אנגעשריבן צו באשיינען און ווירקן אויפן באשעפערס וועלטל, יעדער מיט זיין תפקיד.
איך זעה א בלומעלע האלב פארבויגן מיט א בלעטעלע אראפהענגען האלב צעריסן, און עס מאכט מיך טראכטן ווען א נאגל אויף די האנט איז האלב אראפגעריסן און ס’הענגט, ווי אומ’באטעמ’ט דאס איז, וואס דען גיט דער בלומעלע נישט קיין שאקל אראפ דעם האלב פארריסענעם בלעטל?
אה! וואס איז דען די שאלה? ער האט דען א מוח צום טראכטן? וואס ווייסט ער דען? וואס וויל ער דען? “ער קען דאך נישט טראכטן”.
***
-חי-
נעבן שוהל אויפן באלקאן, האט זיך פארוואלגערט א שטיקעלע שיריים פון די שלש סעודות בילקעס, און א גווארדיע פון די קליינע שפרינגענדיגע פייגעלעך מאכן דערפון א פרישטאג אויף וועלכן זיי האבן שוין לאנג געווארט.
איך זעה ווי די גרויסע פארטרייבט די קליינע, יעדער שפרינגט אויף זיין ריהטם לויט זיין גרויס, און לויט זיין איינגעווארצלטע נאטור, איין סארט פייגל דערשרעקט זיך פון צווייטן אבער נישט פונעם דריטן, אוואו עס וואלט ווען געווען א צייטונג וואס פארציילט זיי ווער די גאלגאנען זענען, און ווער די גוטע פריינט.
זייער אינטערסאנט. אבער נאך מער וואונדערט מיך ווי דער פייגעלע שטייט דא יעדן טאג און זוכט עסן און קריגט זיך אויפן ברעקל הונגעריגערהייט. פארוואס זעה איך נישט א מחנה פייגלעך זיך ארויסלאזן זוכן פון וואו דאס ברעקעלע קומט? פארוואס דארף מען זיך קריגן אויף דעם ברעקל? קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל קוקן אדער פרובירן צו טרעפן וואו די בילקעס וואקסן?
אה! וואס איז דען די שאלה? ער האט דען א מוח צום טראכטן? וואס ווייסט ער דען? וואס וויל ער דען? “ער קען דאך נישט טראכטן”.
***
-מדבר-
דער אומוויסנדער גוי, ער שטייט אויף צופרי, און טוהט זיך באפוצן פארן שפיגל, שטעלט גראד די קאלנער און פוצט אפ די שפיצן פון דעם שיכל, און מאכט שטאלצע טריט ארויס אויף די גאס אריין אין רוישיגן געמויזעכץ פון לויפער’ס, גייער’ס, שטייע’ר’ס וכו’
אבער ווי נאר ער קומט אן אויפן גאס, טוהט ער אריין די אויערן הערערלעך אין זיינע אויערן, ער זאל קענען הערן א קאסעטע, (איך ווייס אז מ’רופט עס שוין היינט נישט אזוי, דארף מען צוזאמזעצן די אנשי כנה”ג צו מאכן נאך אפאר קאפיטלען אידיש פאר די נייע טעכנאלאגיע)
ער זעצט זיך אריין אין קאר, צינדט גלייך אן דעם ראדיאו, נאך פאר ער שלעפט ארויס דעם קליינעם הערער פון אויער, כדי נישט צו גיין ליידיג איין מינוט.
ער קומט אן אין די ארבייט, זעצט זיך צום קאמפיוטער און טוט זיין ארבייט (?) און פון אונטערגרונד מוז ארבייטן זיין באליבטע קאסעטע און ער מוז אלס האבן גרייט א נייעס אפליקאציע, אויפן דעסקטאפ, כדי ווען ער האט א מינוט צייט זאל ער גלייך קענען עפעס זעהן און הערן, זיך צו האלטן פארנומען.
און אזוי גייען ביי אים די זיבן טאג פון די וואך, דאס מוח’ל איז אים פארדרייט און פארקניפט און ער לאזט נישט איין מינוט איר אליינס. פארן שלאפן גיין מוז ער זעהן זיין טעלעוויזיע שאו, און דאס בעסטע איז נאך ווען ער שלאפט איין אינדערמיט, און וועקט זיך אויף צופרי צו א הייזעריגן טעלעוויזיע סעט. און ער הייבט אן דעם טאג פונדאסניי…
פון וואס האט דער גויאישער מוח מורא? פארוואס שטעלט ער נישט אפ זיין מח א מינוט?
ער האט מורא צו “טראכטן”. ווייל אויב וועט ער יא טראכטן וועט ער אריינפאלן אין א טיעפע מרה שחורה, עס וואלט אים געווארן קאלומוטנע אויפן הארצן ווען ער קען ווען באגרייפן דעם קייט פון גארנישט, מיט וואס ער באשעפטיגט זיך כדי זיך צו קענען באשעפטיגן אז ער זאל זיין באשעפטיגט…
***
-אדם בצלם דמות תבנותו-
דער אויבערשטער האט געזאגט, נעשה אדם בצלמנו, און ווי פארשטענדליך, איז דער ‘אדם’ פון וואס די תורה הקדושה רעדט, א אדם בצלם דמות תבנותו נישט נאר בחומר, וואס דאס קענען מיר כלל נישט משיג זיין, נאר במחשבה און ברוחני, וואס דאס איז נאר דער תכלית הבריאה, דאס פאלק ישראל.
26 דורות האט די וועלט געווארט ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי, מוסב אויף דעם טאג ו’ סיון ווען די הייליגע תורה האט זיך אריבערגעצויגן צו אידישע קינדער אין ארון קודש, און אלס א געטליכע מתנה געבליבן אומגעטוישט אויף אייביג ווי א צייכן פון ליבשאפט פונעם מלך אליין צו זיין קרוין פרינץ ישראל.
אלזא מיט וואס איז דער איד אויסגעצייכנט? מיט וואס דען נישט? מלמד שהיו מצויינים, זיי זענען אלס געווען און וועלן אלס זיין אויסגעצייכנט. אבער פעלט דען נישט אויס אביסל צו נוצן דעם חלק המחשבה?
ווען טראכט איר?
צו לאמיר זיך נישט צופיל אמעריקאניזירן? זענען מיר טאקע אויך אזוי אנגעוויזן אלס צו האלטן די אויער און די אויגן פארנומען אזש מיר זאלן נישט קענען האבן פופצן רואיגע מינוט אין טאג צום “טראכטן”?
נישט טראכטן וואס עס קומט אינטער! דאס הייסט “דמיון”. מ’רעדט פון טראכטן על הסדר, טראכטן מיט א ציהל, ארגאניזירט פאר א תכלית הנרצה.
איז שוין דער איידעלער איד אויך אזוי פארגרעבט ח”ו, אז ער האט מורא צו טראכטן?
ווען טראכט איר?
איר האט שוין אמאל געטראכט, ווען איר טראכט? איר האט שוין אמאל איינגעזעהן אז דער גמרא קאפ וואס האט אמאל געדארפט זיצן און טייטלען מיטן גראבן פינגער און טראכטן וואס דער מלמד אדער מגיד שיעור לערנט פאר, טראכט היינט שוין גארנישט?!
נעמט אפיר דעם טאג, און מיט התבוננות קוקט איבער אייער סדר היום, און ווייזט אן אליינס אויף 15 מינוט פון טאג וואס איר קענט זאגן אז איר זענט עוסק מיט “קאנטראלירטע מחשבה”! נישט מיט אויסנווייניג קאנטראל, נאר מיט אינערליכע קאנטראלן.
אויב קענט איר נישט טרעפן אין אייער טאג 15 מינוט מחשבה אן קיין כלי זיין פון די טעכנאלאגיע! אן קיין טעיפ, עמפי-דריי – קליפ’ס (ח”ו) – ראדיא (חס מלהזכיר) וכו’. דאן וואס זענט איר מער פונעם נידריגו גוי?
-מחשבה מיט מחשבה-
לאמיר טרענירן דעם מוח צו טראכטן, דורך דעזיגנירן 15 מינוט אין טאג, נאר פאר דעם צוועק! נישט קוקן, לייענען, אדער הערן, בשעת מיר קלערן און טראכטן איבער אלעס וואס מיר געברויכן מצד התורה, און מצד דעם כח המחשבה דעם אוצר וואס מ’האט אונז געגעבן.
לאמיר נישט לאזן אז די זינגער’ס, אקטיארן, און לצים, און מארקעטער’ס, זאלן אונזערע מחשבות דיקטירן.
15 מינוט א טאג קען מען אוועק געבן פאר ערנסטע מחשבה, און נאך אלס בלייבן מיט 23 שעה און 45 מינוט פאר ‘דמיון’ און ‘חלומות’ און אלע אנדערע דרויסנדיגע קאנטראלירטע מיינונגען און מחשבות.
פרובירט דאס פאר א חודש, און איר וועט זעהן גרויסע שינויים אין סדר החיים, און גרויסע דערגרייכונגען ברוחניות ובגשמיות. ווייל נאר דער האט דערגרייכט, דער וואס האט געטראכט…
זאל דער אויבערשטער מאיר זיין אונזערע מוחות מיט די הייליגע שיין, זיך צו קענען אליינס קאנטראלירן און זיך פירן על דרך הישר והטובה, עדי ביאת גוא”צ בב”א.
תגובות
קיין תגובות.