מיר פארן אויף וואקאציע
עס ווירבלט זיך א געפארעכץ יעדער איז איינגעשפאנט, באסעס מיט לעבעדיגע פערזאנען פארן, נישט קיין נפק”מ וואו, דער עיקר ארויס פון שטוב.
יענקל זאגט ער טוט עס פאר די קינדערס וועגן.
משה ענטפערט אז ער דארף פשוט א טשעינדזש אוו סינערי צום געזונט.
ר’ חיים זאגט אז פשוט שמירת עינים פארלאנגט דאס געפארעכץ.
אזוי צו אזוי, איז אלעס אויף רעדער. די מענער מיטן וואנדער, די פרויען מיטן פלינדער, און אלעס פאר די קינדער.
און וואו בין איך? מי ראו אלו יוצאים ואינו יוצא? האחיכם יוצאים ל….
אלזא נאך שווערע און אינטענסיווע בעראטונגען, איז געלונגען אויפצוקומען מיט א געמיינזאמען פלאן ביי די זאלץ משפחה, אין די נושא פון זומער וואקאציע, און מיט פרייד וויל איך מיטטיילן מיינע פריינט די החלטות.
אבער פארוואס כאפן? צייט איז טאקע געלט, אבער אז מ’האט נישט קיין געלט וועם גייט אן צייט! לאמיר אנהייבן פון אנהייב.
מיר וואוינען אפסטעיט דאס איז נישט קיין גאנצע 80 מייל פון די גרויס באוואוינטע שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט, און לאזט נישט די איינוואוינער שלאפן, ארץ מעוררת יושבי’.
די משפחה האט זיך געזעצט ארום דעם דיינינג רום טיש אינטער די לופט פון כסדר בלאזנדע צענטראלע לופט און מ’האט ווי אלע אנדערע באשלוסן וואס ווערן אויסגעלופטערט בכובד ראש, דן געווען אין די נושא.
אלס ראש המשפחה (עכ”פ ווען ס’קומט צום באצאלן אדער צום בלייבן שולדיג) האב איך גענומען דאס ווארט און אנגעהויבן מיט א סדר האסיפה, אויף וואס מ’גייט זיך היינט באציעהן און וואס איז די תכלית פון דעם מיטינג.
נומער איינס, דארף יעדער ארויפברענגען די בעסטע סיבות פארוואס מיר דארפן אוועקפארן, כאטש מיר האבן נישט דעם בעסטן סיטי תירוץ אז מ’טוט עס פאר שמירת עינים.
ווי זאגט נאר מיינס א פריינד אז קאנטרי ביי אידן איז אזוי ווי פאטערס טאג ביי גויים להבדיל. וואס הייסט? פרעג איך.
זאגט ער בתמימות. דער גוי האלט איין כיבוד אב איין טאג אין יאר, און פאר סיי וועלכע אומפארשטענדליכע סיבה, גייט אן שמירת עינים ביי אידן ניין וואכן א יאר. . .
די אסיפה איז אין פוהלן פארע און יעדער זאגט סיבות פארוואס מ’דארף פארן. דער קליינער פרעגט פארוואס מ’דארף זיך פלאגן צו זוכן סיבות, מ’קען דאך בלייבן אינדערהיים אז מ’ווייסט נישט קיין סיבה צו פארן?
ניין! איז מסביר זיין עלטערער ברודער, מ’וויל פארן ווייל ס’איז פאן נאר מיר ערנסטע און חסידישע אידן פארן נישט סתם פאר פארוויילונג, דארף מען טרעפן א עכטע כשר’ע סיבה.
די החלטה פון דעם ערשטן סעסיע איז געווען.
1. טשענדזש אוו סינערי. מ’קען נישט אלס זעהן די זעלבע ביימער און גראז, מ’מוז פארן מוח געבן אביסל א טויש. אויף די פראגע, אז די ביימער טוישן דאך די בלעטלעך, און גרעזעלעך וואקסן אויך נייע יעדעס יאר, איז געקומען א שארפער “אקעי, דו ווייסט וואס איך מיין”.
2. מ’דארף זיך צוגעוואוינען אמאל צו שוועריגקייטן, און וויאזוי צו דורכקומען ווען מ’איז צווישן אומבאקאנטע, מ’מוז דאך ווערן מענטשן, און פון זיצן אלס מיט די זעלבע שכנים האט מען נישט די געלעגנהייט דערצו.
3. אוועק פון די טאג טעגליכע הו הא צו קענען רואיג זיצן און לערנען אן קיינע שטערונגען פון דעם טאג טעגליכן גערויש.
—
סעסיע 2. יעצט אז מיר ווייסן שוין אז מ’מוז גיין! ס’איז פשוט א חוב קדוש! דארף מען באשליסן וואו מ’גייט.
סתם פארן אין די קאנטרי וואו די שטאטישע אידן גייען איז נישט די בעסטע אפציע.
1. נישטא קיין פלאץ זיך צו רירן דארט. די גאנצע שטאט באראקאדירט זיך דארט.
2. ביימער און גראז איז נישט צו א שטארקע טויש פון דעם סצענע. מיר האבן דאס א גאנץ יאר.
3. מיר אפסטעיטישע וועלן נאך פארלוירן ווערן אינעם גערויש וואס דאס איז קעגן דעם ציהל.
נו וואזשע דען?
די אסיפה האט באשלאסן, מ’וועט פארן פאר ניין וואכן קיין…..
“וויליאמסבורג”
יא! אזוי ווי איר הערט, וויליאמסבורג, א שיינע שטאט, גאר א צווייטער מהות, עס איז א טויש ווי פון הימל ביז ערד, רוב עולם איז אין די די קאצן געהארגעטע (קעטסקיל) געגנטער, און ס’איז דא ברייט פלאץ זיך אויסצולופטערן און איינוועגס הנאה האבן פון דעם אלעמען געגארטן “סיטי לייף” וואס אידן באסמאקעווען זיך דערמיט א גאנץ יאר.
(די נאטיצן פון די וואקאציע וועלן נאכקומען אי”ה
תגובות
קיין תגובות.